אימאַזשן פֿון מײַן ערשטער שפּיטאָלנאַכטImages of my first hospital rounds
אין די קאָרידאָרן, וווּ ס׳איז תּמיד געפּאַקט מיט מענטשן, איז איצט שאַ־שטיל

Graphic by Angelie Zaslavsky
צו לייענען די אַנדערע זײַטן פֿון ד׳׳ר בערגערס טאָגבוך קוועטשט דאָ.
אָט זענען עטלעכע פֿון די אימאַזשן וואָס זענען מיר פֿאַרבליבן נאָך מײַן ערשטער נאַכט, אַרבעטנדיק מיט קאָראָנאַ־ווירוס־פּאַציענטן אינעם דזשאָנן־האָפּקינס שפּיטאָל אין באָלטימאָר:
אין די קאָרידאָרן פֿונעם גרױסן שפּיטאָל, וווּ אין מיטן אַרבעטטאָג איז תּמיד געפּאַקט מיט מענטשן, איז איצט שאַ־שטיל. אין קול ואין עונה.
אינעם אָפּטײל פֿון קאָראָנאַװירוס־פּאַציענטן, הערט מען נישט דעם פֿרײלעכן אַרבעט־געפּילדער פֿון די קראַנקן־שוועסטער. די ספּעציעלע רעספּיראַטאָר־אױסשטאַטונג מאַכט אַזוי פֿיל טומל, אַז קױם װאָס מע קען זיך אַליין הערן טראַכטן.
די קראַנקן־שװעסטערס טראָגן גרױסע װײַסע הױבן.
אַ פּאַציענט, אַלט און אָן אַ דאַך איבערן קאָפּ, ליגט אין שפּיטאָל, מורמלענדיק אַז דער אָרעם טוט אים װײ, בשעת די פּני פֿון לאַנד, אין דרױסן, פּראָטעסטירן קעגן גרענעצן „לשם אונדזער געזונט‟.
ווען מײַן צופֿאָר־אויטאָבוס (שאָטל, בלע״ז) פֿירט מיך אין שפּיטאָל און שפּעטער — צוריק אַהיים, הער איך דעם קלאַנג פֿון לײדיקע טראָטואַרן. אויפֿן וועג אַהיים גיט דער אויטאָבוס פּלוצלינג אַ שפּרונג אונטער, ווי ער וואָלט זיך געיאָגט מיך אַהיימצוברענגען וואָס פֿריִער — און וואָס ווײַטער פֿון שפּיטאָל.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
