Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נאָכקימפּעט־ און קאַראַנטין־אימאַזשן אין דער הײַנטיקער פּרשהPostpartum and quarantine imagery in this week’s parsha

אַ טשיקאַווע טעאָריע פֿאַר וואָס די מאַמע פֿון אַ נײַ־געבוירן מיידעלע דאַרף וואַרטן לענגער צו גיין אין מיקווה ווי ווען ס׳וואָלט געווען אַ ייִנגעלע.

דעם הײַנטיקן שבת לייענען מיר אַ טאָפּלטע פּרשה, וואָס דערמאָנט אונדז אינעם טרויעריקן מצבֿ, אין וועלכן מיר געפֿינען זיך הײַנט סײַ אין אַמעריקע, סײַ אין אייראָפּע און אַנדערע ראַיאָנען פֿון דער וועלט.

אויב אַ ייִד איז קראַנק געוואָרן מיט דער מיסטעריעזער הויטקרענק צרעת, האָט ער געמוזט בלײַבן אָפּגעטיילט פֿון אַנדערע ייִדן במשך פֿון זיבן טעג, אויסער דער ייִדישער מחנה אָדער שטאָט; לויט דער הײַנטיקער טערמינאָלאָגיע, האָט ער געמוזט היטן אַ שטרענגן קאַראַנטין.

נאָך דעם קאַראַנטין־פּעריאָד, האָט אַ כּהן געדאַרפֿט באַשטעטיקן, צי דער קראַנקער איז טהור אָדער טמא. ווען דער קראַנקער איז אויסגעהיילט געוואָרן, האָט דער כּהן דורכגעפֿירט אַ קאָמפּליצירטן טהרה־ריטואַל.

די חז״ל באַטאָנען, אַז צרעת איז געווען אַ רוחניותדיקע קרענק — אַ שטראָף פֿאַר לשון־הרע און אַנדערע עבֿירות. קיין גשמיותדיקע סכּנה האָט די דאָזיקע מכּה נישט פֿאָרגעשטעלט. פֿון דעסט וועגן, ווייסן מיר דאָך, בפֿרט פֿון די חסידישע ספֿרים, אַז דער תּוכן פֿון די פּרשיות, וואָס מיר לייענען יעדע וואָך, איז אַלעמאָל מרמז אויף אַקטועלע געשעענישן פֿונעם מאָמענט.

אינעם דאָזיקן מאָל איז דעם רמז גרינג אײַנצוזען. ווי מיר ווייסן אַלע, פֿאַרשפּרייט זיך איצט אין דער וועלט אַ מגפֿה וואָס פֿאָדערט אויך איזאָלאַציע־מיטלען און „טהרה־ריטואַלן‟.

לאָמיר זיך אָבער אומקערן צום סאַמע אָנהייב פֿון אונדזער סדרה, וווּ עס גייט אַ רייד פֿון גאָר אַ פֿריילעכן ענין — דעם געבורט פֿון קינדער. ווען אַ פֿרוי האָט אַ קינד, מוז זי אָפּוואַרטן, צום ווייניקסטן, אַ וואָך נאָכן געבורט פֿון אַ ייִנגל, און נישט ווייניקער ווי צוויי וואָכן נאָך אַ געבורט פֿון אַ מיידל.

דערנאָך, קאָן זי זיך טובֿלען אין מיקווה און אָנרירן איר מאַן. אַגבֿ, וואַרט מען אין אַ סך קהילות 40 טעג נאָך אַ ייִנגל און אַזש 80 נאָך אַ מיידל. דער דאָזיקער מינהג איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס די פֿרוי האָט געמוזט אָפּוואַרטן אַזוי פֿיל טעג, כּדי צו באַקומען די מעגלעכקייט אַרײַנצוקומען אינעם בית־המיקדש, וווּ זי האָט געדאַרפֿט ברענגען אַ קרבן.

בײַם מאָדערנעם לייענער קאָן עס קלינגען מאָדנע און אַפֿילו סעקסיסטיש. פֿאַרוואָס איז דווקאַ אַ נײַ־געבוירן מיידל גורם אַ טאָפּלט־לאַנגע טומאה? און פֿאַרוואָס פֿאָדערן זיך דרײַ מדרגות — מיקווה, אָפּוואַרטן נאָך אַ געוויסן פּעריאָד און אַ קרבן — כּדי ווידער צו ווערן נאָכן געבורט אַ „נאָרמאַלע‟ פֿרוי?

ד״ר שולי (שולמית) סאַנדלער, אַ קלינישע פּסיכאָלאָגין, לייגט פֿאָר אַן אינטערעסאַנטן פּסיכאָאַנאַליטישן אָפּטײַטש פֿונעם דאָזיקן ענין. סאַנדלער וווינט אין טינעק, ניו־דזשערזי, אַ שטעטל מיט אַ גרויסער פֿרומער קהילה, העלפֿט זי כּסדר פֿרומע פּאַציענטן און האָט אייגענע תּורה־חידושים מיט אַן אייגנאַרטיקן טעם.

אויפֿן סמך פֿונעם בריטישן קינדער־דאָקטער און פּסיכאָאַנאַליטיקער דאָנאַלד וויניקאָט דערקלערט זי, אַז נאָכן האָבן אַ קינד גייט די קימפּעטאָרין דורך עטלעכע שטאַפּלען.

ווען זי איז אין נידה, איז זי אָפּגעריסן פֿון איר משפּחה־לעבן און קאָן זיך אין גאַנצן פֿאָקוסירן אויפֿן קינד, שאַפֿנדיק אַ טיפֿע אומבאַוווּסטזיניקע פֿאַרבינדונג. נאָך דער מיקווה, מעג זי באַנײַען אירע באַציִונגען מיטן מאַן און פּסיכאָלאָגיש אַרײַנברענגען דעם טאַטן אין איר פֿאַרבינדונג מיטן קינד. ערשט דערנאָך, נאָך אַ געוויסן פּעריאָד, קאָן זי זיך ווידער „עפֿענען‟ צו דער אַרומיקער וועלט. דער טאָפּלטער פּעריאָד, טאָמער אַ פֿרוי האָט אַ מיידל, קאָן האָבן צו טאָן מיט איר אידענטיפֿיקאַציע מיט דער טאָכטער, מיטן קינד פֿונעם זעלביקן געשלעכט. עס נעמט אַ לענגערע צײַט אַרײַנצולאָזן נאָך עמעצן אין אַזאַ טיפֿן אינערלעכן פֿאַרבאַנד.

הײַנט, ראָש־חודש אייר, איז דער טאָג, ווען ד״ר זיגמונד פֿרויד איז געבוירן געוואָרן. זײַן ביאָגראַפֿיע איז איבעריק איבערצודערציילן; אומצאָליקע ביכער זענען שוין אָנגעשריבן וועגן אים. די ליובאַוויטשער חסידים דערציילן, אַז ווען זייער פֿינפֿטער רבי, שלום־דובֿ־בער שניאורסאָן, וועלכער האָט געליטן פֿון קלינישער דעפּרעסיע, האָט זיך געטראָפֿן מיט פֿרוידן אין ווין, האָט ער לאַנג געשמועסט מיטן באַרימטן דאָקטער וועגן קבלה און חסידות. פֿרויד, אין גאַנצן אַ וועלטלעכער ייִד, איז נתפּעל געוואָרן פֿון דעם, ווי אַזוי מיסטישע תּורה־געדאַנקען שטימען מיט זײַן פּסיכאָאַנאַליז. „דאָס איז ממש גאָלד!‟ האָט ער אויסגעשריגן. אַן אמתע מעשׂה צי נישט, העלפֿט דער פּסיכאָאַנאַליטישער צוגאַנג טאַקע צו פֿאַרטיפֿערן אונדזער תּורה־לערנען.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.