Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קענען ייִדן רעכענען פּראָצענט בײַ אַ ניט־ייִד?Can Jews charge non-Jews interest?

להיפּוך צו אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן, האָבן באַקאַנטע רבנים געהאַלטן, אַז פֿונעם אַלמענטשלעכן קוקווינקל איז וואָכערײַ אומעטיש.

אינעם ערשטן טייל פֿון אונדזער טאָפּלטער פּרשה ווערט דערמאָנט — שוין צום צווייטן מאָל אין דער תּורה — דער איסור פֿון ריבית, וואָכער. צום ערשטן מאָל ווערט דער דאָזיקער פֿאַרבאָט אָנגעזאָגט אינעם חומש בײַ שמות, פּרשת משפּטים; ווײַטער ווערט ער דערקלערט אין דבֿרים, פּרשת כּי תצא.

די תּורה גיט צו, אַז דער איסור איז אויך חל אויפֿן עסנוואַרג: צום בײַשפּיל, מען טאָר נישט לײַען צוויי עפּל און פֿאָדערן אומצוקערן דרײַ. דער איסור איז חל אי אויפֿן קרעדיטאָר, אי אויפֿן בעל־חובֿ. די חז״ל און פּוסקים פֿאַרברייטערן דעם ענין נאָך ווײַטער. צום בײַשפּיל, ווען מע אַנטלײַט דאָס געלט, טאָר מען נישט באַטראַכטן די הלוואה ווי אַ מין שׂכירות און פֿאָדערן בײַם בעל־חובֿ עפּעס צו טאָן צוליב דעם, וואָס ער האָט געבאָרגט דאָס געלט.

עס טרעפֿן זיך אַפֿילו פֿאַרקערטע פֿאַלן אין געוויסע פֿינאַציעלע סיטואַציעס, ווען ס׳איז אָסור צו פֿאָדערן צוריק ווייניקער געלט, אויב אַזאַ אַקציע פֿאַרוואַנדלט דעם בעל־חובֿ אַליין אין אַ מין וואָכערניק. נאָך מער, לויטן ייִדישן מינהג דאַרף מען באַדאַנקען דעם אַנטלײַער, ווען מע באָרגט דאָס געלט, און נישט ווען מע קערט עס אום. די דאַנקבאַרקייט־ווערטער גופֿא זעען שוין אויס ווי אַ מין הוספֿה צו דער געבאָרגטער סומע. אַזאַ „ווירטועלער‟ ריבית איז נישט קיין אמתע עבֿירה, אָבער עס שמעקט נאָך אַלץ מיט ריבית.

אין מיטל־עלטער האָט זיך ברייט פֿאַרשפּרייט דער אַנטיסעמיטישער סטערעאָטיפּ, אַז ייִדן זענען געפֿערלעכע וואָכערניקעס. ווי אַזוי קען דאָס זײַן? פֿון דער תּורה און דבֿרי־חז״ל דרינגט דאָך אויס, אַז צום דאָזיקן ענין מוז מען זיך באַציִען גאָר שטרענג. אין דער הײַנטיקער פּרשה שטייט געשריבן ברמז, אַז וואָכערײַ־באַציִונגען זענען פֿאַרבאָטן דווקא מיט „דײַן ברודער‟; שפּעטער, אין דבֿרים, שטייט בפֿירוש, אַז אַ נכרי, אַ פֿרעמדן — געוויינטלעך אָפּגעטײַטשט ווי אַ גוי — מעג מען יאָ אַנטלײַען מיט אַ פּראָצענט. די חז״ל האָבן דאָס אָבער אויך געאַסרט מדרבנן, כּדי ייִדן זאָלן זיך נישט צוגעוווינען צו וואָכערײַ און נישט אָנהייבן דאָס טאָן צווישן זיך. די כּוונה פֿון די חכמים מעג אויסזען נישט ווי אַן עטיש מאָטיווירטע, נאָר למעשׂה האָבן די חז״ל אײַנגעפֿירט אַן אוניווערסאַלן איסור סײַ לגבי ייִדן, סײַ לגבי נישט־ייִדן.

די קריסטן האָבן איבערגענומען דעם דאָזיקן איסור בײַ ייִדן און אויסגענוצט פּונקט די זעלבע לאָגיק: אין דער קריסטלעכער סבֿיבֿה טאָר מען זיך נישט פֿאַרנעמען מיט וואָכערײַ, אָבער צו באָרגן געלט בײַ אַ ייִד מיט אַ פּראָצענט מעג מען יאָ: ער איז דאָך אַ פֿרעמדער. אין אַ גאַנצער ריי אַנטיסעמיטישע אייראָפּעיִשע לענדער האָט זיך אין דער מיטל־עלטער געשאַפֿן אַן עקלדיקער מצבֿ, ווען די קריסטלעכע מלוכה האָט געצוווּנגען ייִדן זיך צו באַשעפֿטיקן דווקא מיט וואָכערײַ.

ביסלעכווײַז און ערטערווײַז האָט זיך דער מצבֿ אין אייראָפּע פֿאַרבעסערט. אַ צאָל רבנים, בפֿרט אין איטאַליע, האָבן באַטאָנט, אַז ווען די קריסטן פֿירן זיך מענטשלעך לגבי ייִדן, טאָר מען זיי אויך נישט אַנטלײַען קיין געלט בריבית צוליב אַלגעמיינע סיבות, ווײַל דער ענין פֿון וואָכערײַ איז בעצם אומעטיש.

אַזוי האָט באַטאָנט, למשל, רבי דוד קמחי, דער רד״ק. נישט געקוקט אויפֿן געפֿערלעכן אומיושר פֿון גירוש־ספֿרד, האָט רבי יצחק אַברבנאל געגלייבט, אַז אונטער דעם וואָרט „נכרי‟ מיינט די תּורה נאָר די געצן־דינער פֿונעם ווײַטן אַמאָל. לויט אַברבנאלס דעה, מוזן ייִדן באַהאַנדלען קריסטן און מוסולמענער, וואָס שייך ריבית, ווי זייערע ברידער.

דער הײַנטיקער שבת, כ״ב אייר, איז דער טאָג, ווען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט מען געגרינדעט די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט מיטן צענטער אין ביראָבידזשאַן. אין טעאָריע, האָבן די קאָמוניסטן פֿאַרדאַמט קאַפּיטאַליזם און ממילא די וואָכערײַ־באַציִונגען. למעשׂה, איז אין סטאַלינס תּקופֿה, אַנשטאָט אַן עכטן סאָציאַליזם אויפֿגעקומען אַן אויסערלישע דיקטאַטור מיט בפֿירוש קאַפּיטאַליסטישע עלעמענטן; די ראָלע פֿון די באַנקירן־וואָכערניקעס האָט געשפּילט די מלוכה אַליין.

פֿון דעסט וועגן, איז מערקווירדיק, אַז אי אַ צאָל באַקאַנטע רבנים, אי אַ גאַנצע ריי וועלטלעכע דענקער און טוער, אַרײַנגערעכנט די שטיצער פֿון דער אויטאָנאָמער געגנט, האָבן אויפֿן סמך פֿון זייערע ייִדישע עטישע אידעאַלן זיך נעגאַטיוו באַצויגן צו ריבית־באַציִונגען און באַטראַכט זיי ווי אַן אַלמענטשלעכע צרה.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.