קירובֿ־רבֿ פֿאַרשפּרייט קאָנספּיראַציע־טעאָריעס אויף יו־טובOutreach rabbi preaches conspiracy theories on YouTube
הרבֿ ענווה טענהט אַז געהיימע וועלטפֿירער, נישט טעראָריסטן, האָבן צעשטערט די צווילינג־טורעמס און איצט האָבן זיי געשאַפֿן דעם קאָראָנאַ־ווירוס.
מיט אַ חודש צוריק האָב איך דערציילט אונדזערע לייענער וועגן די אויסטערליש העסלעכע רייד פֿון הרבֿ יוסף מזרחי.
הרבֿ סליפֿקין, איינער פֿון די רבנים אין מזרחיס שוואַרצער ליסטע, גיט איבער אויף זײַן וועבזײַט Rationalist Judaism) אַז מזרחי קאָאָפּערירט כּסדר מיט אַן אַנדער צווייפֿלהאַפֿטיקן קירובֿ־טוער: הרבֿ אַלון ענווה.
ענווה פֿירט אָן מיטן בילדונג־צענטער „באר מרים‟ פֿאַר ענגליש־רעדנדיקע מיידלעך אין צפֿת. אויף דער וועבזײַט פֿון דער אָרגאַניזאַציע, Atzmut.com, ווערן פֿאָרגעלייגט הונדערטער ווידעאָ־ און אוידיאָ־שיעורים פֿון פֿאַרשיידענע מדרגות. פֿאַר מער אַוואַנסירטע לעקציעס מוז מען באַצאָלן 36 דאָלאַר אַ חודש. די מעגלעכקייט זיך צו באַראַטן פּערזענלעך מיט הרבֿ ענווה אויף אַ האַלבער שעה יעדן חודש קאָסט אַזש 199 דאָלאַר אַ חודש.
די וועבזײַט איז אָריענטירט אויף פֿרויען, וואָס וווינען אין אַמעריקע. אַפֿילו כּדי צו באַקומען דעם צוטריט צו אומזיסטע לעקציעס, מוז מען אויספֿילן אַן אַנקעטע מיט פּערזענלעכער אינפֿאָרמאַציע, אַרײַנגערעכנט דעם היים־אַדרעס און טעלעפֿאָן. רעגיסטרירטע אומזיסטע מיטגלידער פֿון דער וועבזײַט געפֿינען גלײַך אויס, אַז כּדי צו זען די שיעורים, וואָס ווערן רעקלאַמירט ווי די סאַמע אינטערעסאַנטע, מוז מען צאָלן געלט.
אַ טייל לעקציעס גיבן אַנדערע באַקאַנטע קירובֿ־טוער: הרבֿ ישׂראל אַבֿרהם, שׂרה פֿענטאָן, ליאורה מאיר און ידידיה כּהן. די עיקר־פֿיגור אויף דער וועבזײַט איז אָבער ענווה. ער באַרירט כּלערליי טעמעס, פּרעטענדירנדיק צו זײַן אַ מומחה אין קבלה. ער שמועסט אויך אויף אַזעלכע פּראַקטישע טעמעס, ווי תּשובֿה, שלום־בית, לשון־הרע און שידוכים, און דערקלערט, ווי אַזוי צו געפֿינען גליק, באַגײַסטערונג און אַלצדינג גוטס אין לעבן.
אויפֿן ערשטן בליק, קלינגט עס נאָרמאַל, אָן דעם קולטישן טעם פֿון דער וועבזײַט. אָבער ווען עמעצער לייגט פֿאָר צו אַנטפּלעקן אַלע סודות אין דער וועלט פֿאַר געלט, קלינגט ער שוין ווי אַ קולט־פֿירער.
ווײַזט אויס, איז עס טאַקע אַ קולט. אויף זײַן וועבזײַט דערציילט סליפֿקין וועגן איינעם פֿון ענווהס שיעורים. דער שיעור איז גאָר לאַנג, כּמעט 3 שעה. עס הייבט זיך אָן מיט מער אָדער ווייניקער הויפּטשטראָמיקע פֿרומע ענינים, באַגלייט מיט סצענעס פֿון באַקאַנטע פֿאַנטאַסטישע פֿילמען – אַגבֿ, פּונקט ווי מזרחיס העסלעכע דרשה און אינעם זעלבן סטיל. דערנאָך, במשך פֿון 2 שעה, האַלט ענווה אין איין צונויפֿפֿלעכטן אַלערליי קאָנפּיראַציע־טעאָריעס.
ער דערציילט וועגן דער „נײַער וועלט־אָרדענונג‟ – די געהיימע כּוחות, וואָס קאָנטראָלירן, כּלומרשט, אַלץ אין דער וועלט. עס זענען, למשל, פֿאַראַן רעפּטיליעס, וואָס זעען אויס ווי מענטשן. די געהיימע וועלטפֿירער, נישט די טעראָריסטן, האָבן צעשטערט די צווילינג־טורעמס; איצט האָבן זיי געשאַפֿן דעם קאָראָנאַ־ווירוס. זיי האָבן שוין אײַנגעפֿלאַנצט מיקראָסקאָפּישע מכשירים אין אַלעמען, כּדי צו פֿאַרוואַנדלען אַלע מענטשן אין ראָבאָטן. אַפֿילו די אָנלײַן־ווידעאָ־פּלאַטפֿאָרמע „יוטוב‟, וווּ ענווה אַליין טרעט אויף מיט דער־אָ לעקציע — זאָגט ער — איז געשאַפֿן געוואָרן דורך די געהיימע וועלטפֿירער פֿאַר זייערע פֿינצטערע צוועקן.
אין געוויסע פֿאַלן איז ענווה מסכּים מיט די אַנטיסעמיטן; כּלומרשט, שפּילט די ראָטשילד־משפּחה אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער וועלט־קאָנספּיראַציע, און אַלע באַקאַנטע ייִדישע פֿירער זענען מאַסאָנען, אילומינאַטן און אַנדערע פֿאָרשטייער פֿון די פֿינצטערע כּוחות. אין וואַטיקאַן דינט מען נישט יעזוס, נאָר דעם שׂטן; בהסכּם מיט דער ישׂראלדיקער רעגירונג, ברענגט דער וואַטיקאַן קינדער צום טײַוול ווי קרבנות. באַקומט זיך אַ טאָפּלטע ווערסיע פֿונעם בלוט־בילבול. אין די מערדערישע ריטואַלן זענען פֿאַרמישט די קאַטוילן, אָבער ייִדן אויך.
סליפֿקין שרײַבט, אַז ענווה איז „אָפּגעריסן פֿון דער ווירקלעכקייט‟. איז עס טאַקע אַזוי? במשך פֿון אַ פּאָר שעה דרשנט דער דאָזיקער רבֿ, אַז מע טאָר קיינעם נישט גלייבן, אַז אַלץ אַרום אונדז איז ליגנס, מאַניפּולאַציעס און קאָנספּיראַציעס. אויב עמעצער באַציט זיך ערנסט צו אַזאַ שטראָם קאָנספּיראַציע־טעאָריעס, וועט ער אָנהייבן טראַכטן, אַז נאָר דעם בעל־דרשן מעג מען גלייבן, אַז בלויז ער ווייסט דעם אמת.
דאָס מוח־דורכוואַשן מיט קאָנספּיראַציע־טעאָריעס איז אַ קלאַסישער מעטאָד בײַ קולטפֿירער. אַדרבה, ס׳איז אַ פּראַקטישער מיטל אָפּצורײַסן די נאָכפֿאָלגער פֿון דער ווירקלעכקייט. קאָן זײַן, אַז ענווה איז טאַקע נישט מיט אַלעמען און גלייבט אַליין אין זײַנע קאָנספּיראַציע־טעאָריעס, נאָר ס׳איז טרויעריק, וואָס אין דער הײַנטיקער קירובֿ־אינדוסטריע דערלויבט מען אַזאַ מענטש צו דרשענען.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor