ווידעאָ: הרבֿ סאָלאָווייטשיק באַשרײַבט פּערזענלעכן פֿאַל פֿון „אויפֿוועקן זיך‟ צו טאָן תּשובֿהWATCH: Rabbi Soloveitchik tells personal story of “awakening” to repentance
אַ נײַע וועבזײַט נעמט אַרײַן ווידעאָס פֿונעם רבֿס ייִדישע דרשות וועגן דעם ייִדנס צוגאַנג צו תּורה און מדינת־ישׂראל

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין אַ ווידעאָ וואָס מע האָט לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב, האַלט דער גרויסער רבֿ, יוסף דבֿ הלוי סאָלאָווייטשיק ז״ל (באַקאַנט בײַ זײַנע תּלמידים און פֿאַרערער ווי פּשוט „דער רבֿ‟) אַ רירנדיקע דרשה אויף ייִדיש וועגן תּשובֿה טאָן אין די טעג פֿאַר ראש־השנה, ניצנדיק ווי אַ מוסטער אַן אמתע איבערלעבונג וואָס האָט אים געטראָפֿן אין מיטן דער נאַכט אין זײַן שטוב אין ברוקלײַן, מאַסאַטשוסעטס.
די דרשה, וואָס הייסט „הרהור תּשובֿה‟, האָט ער געהאַלטן אין 1975.
דער ווידעאָ, וואָס ווערט באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, איז אַ טייל פֿון אַ נײַער סעריע יוטובס פֿונעם רבֿס דרשות אויף ייִדיש, וואָס זײַנער אַ תּלמיד, ד״ר אַרנאָלד לוסטיגער, האָט געזאַמלט, איבערגעזעצט און אַרויפֿגעשטעלט אויף דער וועבזײַט „חומש מסורת הרבֿ‟, כּדי צו באַקענען דעם ברייטן עולם — סײַ די ייִדיש־קענער, סײַ די וואָס קענען נישט קיין ייִדיש — מיט די אָריגינעלע געדאַנקען און כאַריזמאַטישער וואַרעמקייט פֿונעם רבֿ, וואָס האָט יאָרן לאַנג פֿאַרכּישופֿט זײַנע צוהערער מיט די דרשות.
בײַם אָנהייב פֿון „הרהור תּשובֿה‟ רעכנט דער רבֿ אויס — ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן אלול־דרשה — די פֿאַרשידענע סטאַדיעס פֿון תּשובֿה טאָן: אַז ערשטנס, דאַרף מען אָנערקענען אַז מע האָט געטאָן אַן עבֿירה; ערשט נאָך דעם קומט דאָס חרטה האָבן דערפֿאַר (דער רמב״ם באַצייכנט עס נישט בלויז ווי חרטה, נאָר ווי בושה); דערנאָך — דאָס פֿעסט באַשליסן אַז מע וועט טאַקע תּשובֿה טאָן דערפֿאַר; נאָך דעם — ווידוי, און ערשט בײַם סוף — דאָס תּפֿילה טאָן אַז גאָט זאָל אים מוחל זײַן. „תּשובֿה — זאָגט הרבֿ סאָלאָווייטשיק — איז אַ ריכטיק פֿאָרמולירטע און לאָגיש געבויטע איינהייט.‟
דער רבֿ גיט אָבער נישט בלויז אַ דורכגעטראַכטן אַנאַליז פֿון תּשובֿה, נאָר אויך זײַנע אייגענע טיף עמאָציאָנעלע איבערלעבונגען, כּדי בעסער צו אילוסטרירן דעם ענין פֿאַרן עולם — אַרײַנגערעכנט אַ רירנדיקן אינצידענט וואָס האָט אים געטראָפֿן אין מיטן דער נאַכט אין זײַן שטוב אין ברוקלײַן, מאַסאַטשוסעטס.
„איך האָב אויסגעגעבן אַ סך צײַט בײַם איבערזעצן און פּובליקירן די יערלעכע תּשובֿה־דרשות פֿון הרבֿ יוסף דבֿ־בער סאָלאָווייטשיק,‟ האָט ד״ר לוסטיגער געזאָגט דעם פֿאָרווערטס. „די דאָזיקע דרשה איז אַן אויסערגעוויינטלעכער בײַשפּיל, ווי ער ניצט זײַנע אייגענע פּערזענלעכע איבערלעבונגען אונטערצושפּאַרן זײַן לומדישע טעזע.‟
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
