ווידעאָ: ריקי רויז מאַכט האָלעפּצעס אויפֿן חסידישן שטייגער, לכּבֿוד שׁימחת־תּורהWATCH: Riki Rose makes Hasidic-style stuffed cabbage for Simchat Torah
כאָטש דער רעצעפּט איז נישט גרינג, גרייט ריקי אים צו מיט אַזוי פֿיל חן און הומאָר, אַז ס׳איז אַ מחיה צו קוקן!

Image by Forverts
זעט ווי די ייִדיש־רעדנדיקע מעדיאַ־שטערן ריקי רויז מאַכט האָלעפּצעס (געוויקלטע קרויט) לכּבֿוד שׂימחת־תּורה אויפֿן היימישן חסידישן שטייגער, אַזוי ווי זי האָט זיך אויסגעלערנט בײַ דער מאַמען און דער באָבען.
פּונקט ווי מע זעט אין איר פֿריִערדיקן קאָך־ווידעאָ, „ריקי רויז מאַכט קנאָבלדיקע קאַרטאָפֿל לכּבֿוד פּסח‟, גרייט ריקי צו די האָלעפּצעס אין איר אייגענער קיך, אָפּגעזונדערט פֿון אַנדערע מענטשן, צוליב דעם קאָראָנאַ־ווירוס.
און כאָטש דער רעצעפּט איז נישט גרינג, טוט זי עס מיט אַזוי פֿיל חן און הומאָר, אַז ס׳איז אַ מחיה צו קוקן!