לזכר דזשעניע פֿײַערמאַן: הערט איר נוסח פֿונעם ליד, „קינדער־יאָרן‟In memory of Genia Fayerman: Hear her version of the song, “Kinder-Yorn’’
די זינגערין, דעמאָלט אין אירע 80ער, איז אויפֿגעטראָטן מיט דער קאַפּעליע, Jewrythmics.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך איז אָנגעקומען די טרויעריקע ידיעה, אַז די זינגערין זשעניע פֿײַערמאַן איז אַוועק אין דער אייביקייט צו 96 יאָר. צווישן די ווידעאָס פֿון פֿײַערמאַנס אויפֿטריטן, וואָס מע האָט לעצטנס געטיילט אויף פֿייסבוק, איז איינער פֿון זיי אַ קאָנצערט, וואָס זי האָט געמאַכט מיט דער ייִדישער גרופּע, Jewrythmics, אין 2012. אינעם ווידעאָ זינגט פֿײַערמאַן, דעמאָלט שוין אין אירע 80ער, מרדכי געבירטיגס ליד, „קינדער־יאָרן“, בעת די קאַפּעליע שפּילט אויף סינטעזאַטאָרן, קלאַווישן און ”לופּ“־מאַשינען.
אַז איך האָב דערזען דעם ווידעאָ, האָב איך זיך צעשמייכלט, ווײַל עס האָט מיך דערמאָנט אין מײַן באַגעגעניש מיט איר. כאָטש איך האָב זיך געטראָפֿן מיט דזשעניע פֿײַערמאַן בלויז איין מאָל און גערעדט מיט איר אפֿשר סך־הכּל צען מינוט ווען זי איז געקומען באַזוכן ניו־יאָרק אין 2014, האָט זי געמאַכט אויף מיר אַ גרויסן אײַנדרוק.
קודם האָט זי געהאַט אַזאַ לעבנס־כּוח און ענערגיע, אַז ביז איך האָב זיך דערוווּסט וועגן אירע ביאָגראַפֿישע פּרטים, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך רעד מיט אַ פֿרוי וואָס איז געווען צענדליקער יאָרן ייִנגער. זי האָט אויך געהאַט אַ יונגן גײַסט וואָס שייך אירע מוזיקאַלישע טעטיקייטן. אַז איך האָב זי געפֿרעגט וואָס פֿאַר אַ מין מוזיק זי זינגט, האָט זי געענטפֿערט אַז זי טרעט אויף צומאָל מיט ראָק און „עלעקטראָפּאָפּ“־קאַפּעליעס. איך בין געווען דערשטוינט. וויפֿל מענטשן וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין די 1920ער יאָרן ווייסן וואָס עס איז אַזוינס „עלעקטראָפּאָפּ“, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז זיי טרעטן אויף מיט אַזאַ מין קאַפּעליע פֿאַר אַן עולם?
Jewrythmics איז אַ ישׂראלדיקע גרופּע וואָס שפּילט אָפֿט מיטן ייִדישן זינגער, דזשאָ פֿלײַש, אַ דערצויגענער אין דײַטשלאַנד בײַ ייִדיש־רעדנדיקע עלטערן פֿון פּוילן וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך באַשריבן זײַן אייגנאַרטיקן ייִדישן נוסח פֿונעם ליד, „מיזירלו“.
אויסצוגן פֿון אַנדערע, מער טראַדיציאָנעלע קאָנצערטן און טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען, אין וועלכע דזשעניע פֿײַערמאַן איז אויפֿגעטראָטן, קען מען זען אין אָט דעם ווידעאָ וועגן איר, וואָס דער פֿאָרווערטס האָט אַרויסגעלאָזט אין 2009.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

