צום ערשטן מאָל — אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ וועגן די ייִדן פֿון ווײַסרוסלאַנדFor the first time – an international conference about the Jews of Belarus
צווישן די טעמעס: ראָמס דרוקערײַ אין ווילנע און די וויטעבסקער קונסטשול, וווּ מאַרק שאַגאַל האָט געלערנט זײַנע סטודענטן

Image by Courtesy: Elissa Bemporad/Belorussian State Archives of Film and Photography
מאָנטיק דעם 28סטן יוני הייבט זיך אָן די ערשטע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ וועגן דער געשיכטע און קולטור פֿון די ייִדן אין ווײַסרוסלאַנד. די קאָנפֿערענץ וועט געדויערן דרײַ טעג און עס וועלן זיך אין איר באַטייליקן אַ גרויסע צאָל פֿאָרשערס פֿון אַרום דער וועלט. צווישן די רעדנערס וועלן זײַן באַקאַנטע מומחים פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, למשל, ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט, עליסאַ בן־פּורת, גענאַדי עסטרײַך און מיכאל קרוטיקאָוו. קרוטיקאָוו וועט האַלטן די הויפּטרעדע.
די רעדעס און רעפֿעראַטן וועלן זײַן אויף ענגליש, רוסיש און ווײַסרוסיש, מיט אַן איינצײַטיקער איבערזעצונג אויף ענגליש און רוסיש.
איין פּאַנעל וועט באַהאַנדלען ראָמס דרוקערײַ, דעם באַרימטן ווילנער פֿאַרלאַג וואָס האָט געדרוקט דעם ערשטן ש”ס אויף אַ וויסנשאַפֿטלעכן אופֿן. אַ צווייטער איז געווידמעט דער וויטעבסקער קונסטשול, צו וועלכער מאַרק שאַגאַל האָט געהערט. צווישן די אַנדערע טעמעס: ייִדישע און העברעיִשע שרײַבער פֿון ווײַסרוסלאַנד; די געשיכטע פֿון אירע גרויסע צענטערס ווי מינסק און האָמליע און די ייִדישע עטנאָגראַפֿיע.
ווײַסרוסלאַנד, אָדער רײַסן, ווי דאָס לאַנד האָט געהייסן אין דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור, האָט הונדערטער יאָרן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור. אָבער פֿאָרשערס האָבן אָפֿט נישט געלייגט קיין סך אַכט אויף ווײַסרוסלאַנד, אפֿשר ווײַל עס ווערט באַטראַכט אין דער ייִדישער געאָגראַפֿיע ווי אַ טייל פֿון דער גרויסער טעריטאָריע, „ליטע“.
אין דער ייִדישער געשיכטע האָבן די ווײַסרוסן זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר רעלאַטיוו טאָלעראַנטע און גוטע שכנים, וואָס האָבן געהאַט אַ נעענטערע באַציִונג צו ייִדן ווי די אַנדערע פֿעלקער פֿון מיזרח־אייראָפּע. קיין סך פּאָגראָמען, למשל, זײַנען דאָרט נישט פֿאָרגעקומען.
די קאָנפֿערענץ ווערט אָרגאַניזירט פֿון דעם „צענטער פֿאַר דער ווײַסרוסיש־ייִדישער קולטור־ירושה“ בשותּפֿות מיטן אוניווערסיטעט פֿון סאַוטהאַמפּטאָן און דעם מינסקער געטע־אינסטיטוט. זי ווערט באַטראַכט ווי אַ שטאַפּל אין אַ פּראָצעס צו בויען אַן אייגענעם מוזיי געווידמעט דעם ווײַסרוסישן ייִדנטום.
דער אַרײַנטריט איז פֿרײַ, אָבער מע דאַרף זיך רעגיסטרירן דאָ.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
