ווייניק חסידים וועלן פֿאַרשטיין די ייִדישע ווערסיע פֿון די ניו־יאָרקער פּאַרקיר־תּקנותFew Hasidim will understand this Yiddish version of the NYC parking rules
אימיגראַנטן פֿון ירושלים און אַנטווערפּן וועלן נישט פֿאַרשטיין אַ בויגן מיט אַזוי פֿיל ענגליש און וועלן במילא נישט קענען פֿירן קיין אויטאָס.

Graphic by Angelie Zaslavsky
במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר האָט די שטאָט ניו־יאָרק זיך באַמיט אַרויסצוגעבן די הויפּט־תּקנות פֿון יעדן אָפּטייל אויף אַ צאָל שפּראַכן וואָס מע הערט אויף די ניו־יאָרקער גאַסן.
אַ דאַנק דער וואַקסנדיקער ייִדיש־רעדנדיקער חסידישער באַפֿעלקערונג גיט מען אויך אַרויס אַ טייל פֿון זיי אויף ייִדיש. איין בײַשפּיל דערפֿון איז די אָ מעלדונג וועגן די תּקנות אין שײַכות מיטן פּאַרקירן אויף דער גאַס.

The Yiddish translation of NYC’s alternate side of the street parking rules
חסידישע לייענער וואָס קענען שוואַך ענגליש וועט דער בויגן אָבער מסתּמא ווייניק העלפֿן ווײַל בײַ אַ סך טערמינען האָט דער איבערזעצער פּשוט אָנגעשריבן דאָס ענגלישע וואָרט מיט ייִדישע אותיות, ווי, למשל „וועהיקל‟ פֿאַר vehicle (פֿאָרמיטל) און „פֿײַער הײַדרענט‟ פֿאַר fire hydrant (לעשפּלומפּ).
אַזאַ איבערזעצונג קען שאַפֿן אמתע צרות פֿאַר די חסידים וואָס באַזעצן זיך אין ניו־יאָרק פֿון ירושלים אָדער אַנטווערפּן צוליב אַ שידוך. אָפֿט מאָל קענען די אימיגראַנטן זייער ווייניק ענגליש און דערפֿאַר וועט אַזאַ בויגן, אָנגעפּיקעוועט מיט קאָמפּליצירטע ענגלישע טערמינען, זײַן אן אמתער שטער. בלויז יענע אַמעריקאַנער־געבוירענע חסידים וואָס קענען גוט ענגליש (און אַפֿילו בײַ זיי איז די קענטשאַפֿט פֿון ענגליש אָפֿט אַ שוואַכע) וועלן פֿאַרשטיין ווי צו פֿאָלגן די געזעצן, בעת די וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין ענגליש וועלן פּשוט נישט קענען פֿירן קיין אויטאָס.
אמת, דאָ און דאָרט געפֿינט זיך יאָ אַן עכט ייִדיש וואָרט אָדער אויסדרוק ווי, למשל, „אַן אָפּגעלאָפֿענע רעגיסטראַציע‟ (דאָס הייסט, דער רעגיסטריר־בויגן טויג מער נישט ווײַל דער טערמין איז שוין פֿאַרבײַ). בדרך־כּלל איז די איבערזעצונג אָבער פּשוט שרעקלעך.
ס׳איז אַ שאָד וואָס די ניו־יאָרקער שטאָט־אינסטאַנץ באַמיט זיך נישט צו געפֿינען ריכטיקע ייִדיש־קענער איבערצוזעצן אַזוינע וויכטיקע כּללים. צו פֿאַרשפּרייטן אַזאַ אומפֿאַרשטענדלעכן בויגן איז פּשוט אַן עבֿירה דאָס געלט און די מי.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
