באַשעוויסעס ראָמאַן „דער שאַרלאַטאַן“ — צום ערשטן מאָל אַרויס ווי אַ בוךI. B. Singer’s “The Charlatan” published for the first time in book form
דער ראָמאַן איז לכתּחילה געדרוקט געוואָרן אין המשכים אינעם פֿאָרווערטס אין 1967־1968.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער לייוויק־פֿאַרלאַג האָט די וואָך געמאָלדן אַז ער האָט אַרויסגעלאָזט יצחק באַשעוויסעס ראָמאַן, „דער שאַרלאַטאַן“, מיט אַן אַרײַנפֿיר פֿונעם ליטעראַטור־פֿאָרשער און איבערזעצער דוד סטראָמבערג.
דאָס איז צום ערשטן מאָל וואָס דער ראָמאַן ווערט אַרויסגעגעבן ווי אַ בוך, זינט ער איז אַרויס אין המשכים אינעם פֿאָרווערטס אין 1967־1968.
„דער שאַרלאַטאַן“ רירט אָן טעמעס כאַראַקטעריסטישע פֿאַר באַשעװיסן — גלות, ייִאוש, ניאוף און דער שעפֿערישער מוח — דורך אַ שטאַרק פּערזענלעכער פּערספּעקטיװ. אַלץ דרייט זיך אַרום דעם געשטאַלט פֿונעם פֿיפֿיקן אינטעלעקטואַל הערץ מינסקער, וואָס פֿירט זײַנע ליבע-פּרשיות גלײַכצײַטיק מיט עטלעכע פֿרויען און לעבט אויפֿן חשבון פֿון זײַן נאָענטן פֿרײַנד פֿון די קינדעריאָרן, מאָריס קאַלישער.
ווי עס גיט איבער דער לייוויק־פֿאַרלאַג, באַרירט דער ראָמאַן עלעמענטן פֿון עקסיסטענציעלן פּחד, רעליגיעזע זוכענישן און פּסיכאָלאָגישע יצרים. ווי אַ סך פֿון באַשעוויסעס ווערק שפּיגלט דער ראָמאַן אָפּ אַ צוזאַמענשטויס צװישן די רעשטלעך פֿון דער שטעטלדיקער מסורה און די מאָדערנע גאַסן פֿון מאַנהעטן אין דער צײַט פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה.
כּדי צו באַשטעלן דאָס בוך, גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
