צוויי ייִדישע רעפֿעראַטן פֿונעם „ווײַ“ אויף 92סטער גאַס — דיגיטאַליזירט Two Yiddish talks given at Manhattan’s 92nd Street Y have been digitized
אין איין רעקאָרדירונג, וווּ יעקבֿ גלאַטשטיין לייענט פֿאָר זײַן פּאָעזיע, גיט דער אַקטיאָר צבֿי סקולער אַ פּרעכטיקן אַרײַנפֿיר.

דער „ווײַ“ אויף דער 92סטער גאַס אין מאַנהעטן Courtesy of the 92nd Street Y
ווייניק מענטשן ווייסן אַז אין דער אָנגעזעענער ייִדישער אינסטיטוציע, דער „ווײַ“ אויף 92סטער גאַס אין מאַנהעטן, האָט מען אַ מאָל געהאַלטן רעפֿעראַטן אויף ייִדיש.
אַ דאַנק אַ סובסידיע פֿונעם „מלוכישן עולמות־פֿאָנד פֿאַר הומאַניסטיק“, האָט דער „ווײַ“ לעצטנס דיגיטאַליזירט 400 לעקציעס וואָס מע האָט דאָרט געהאַלטן צווישן די יאָרן 1950 און 2008, און צווישן זיי — צוויי רעפֿעראַטן אויף ייִדיש. אַלע געפֿינען זיך איצט ווי אוידיאָ־רעקאָרדירונגען אינעם אַרכיוו פֿונעם „ווײַ“.
אין איין רעקאָרדירונג, פֿון יאַנואַר 1963, לייענט דער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין אַ קראַנץ לידער וועגן ייִדן אין דער שטאָט ניו־יאָרק. אינטערעסאַנט זענען נישט בלויז די לידער, נאָר אויך דער לעבעדיקער אַרײַנפֿיר פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר און ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט, צבֿי סקולער. זעענדיק וואָס פֿאַר אַ גרויסער עולם ס׳איז געקומען אויף דער פֿאָרלייענונג, דערקלערט סקולער אַז דאָס איז נישט בלויז אַ פּאָעזיע־לייענונג, נאָר ממש אַ יום־טובֿ. און דערנאָך, ווי ס׳וואָלט טאַקע געווען יום־טובֿ אין שול, וווּ מע רופֿט מתפּללים אַרויף אויף אַן עליה, רופֿט סקולער אַרויס דעם ערנגאַסט מיט די ווערטער: „יעמוד הבעל־קורא והמשורר (זאָל אַרויפֿקומען דער וואָס לייענט פֿאָר די תּורה און דער פּאָעט) … דער גרויסער דיכטער יעקבֿ גלאַטשטיין!“
די צווייטע ייִדישע רעקאָרדירונג אין דעם אַרכיוו איז אַ רעפֿעראַט וואָס חיים גראַדע האָט געהאַלטן אין יאַנואַר 1975. ציטירנדיק דעם פֿילאָסאָף ברוך שפּינאָזע, דעם דראַמאַטורג אַנטאָן טשעכאָוו און אַנדערע דענקער, באַשרײַבט ער דעם שווערן אינערלעכן פּראָצעס פֿונעם דיכטער ווען ער שרײַבט אַ ליד. דערנאָך לייענט ער פֿאָר אויסצוגן פֿון זײַנע ווערק, אַרײַנגערעכנט דאָס סאַמע ערשטע ליד וואָס ער האָט געשריבן וועגן זײַן מאַמען, ווי אַ בחור אין ווילנע.
אינעם „ווײַ“ האָט מען במשך פֿון די יאָרן אויך געהאַלטן אַנדערע לעקציעס אויף ייִדיש ווי לשמל איין רעפֿעראַט מיט דער מוזיקאָלאָגין רות רובין, „די געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלקסליד“, און אַ צווייטע פּראָגראַם אין אָנדענק פֿונעם פּאָעט פּרץ הירשביין. ס׳איז אָבער נישט קלאָר צי יענע אונטערנעמונגען וועט מען אויך דיגיטאַליזירן צוליב דער ריזיקער צאָל לעקציעס וואָס דער „ווײַ“ האָט רעקאָרדירט במשך פֿון די יאָרן.
מע קען אָבער יאָ שוין הערן אַ ריי לעקציעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך אויף ענגליש, געהאַלטן פֿונעם אַמעריקאַנער ראָמאַניסט מאָריס סאַמיועל. צווישן זיי: די וואָרצלען פֿון דער ייִדישער שפּראַך; דער פּראָצעס פֿון איבערזעצן די ייִדישע פּאָעזיע; די דרײַ קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור , ווי אויך אַ לעקציע פֿון יצחק באַשעוויס וועגן מיסטיציזם און דעם מאָדערנעם מענטש.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
