עטלעכע חרדישע מיידלשולן אין לייקוווּד עפֿענען זיך נישט צוליבן פֿינאַנציעלן קריזיסSeveral Haredi girls schools in Lakewood aren’t opening due to financial crisis
דער דעקאַן פֿון איין שול האָט געמוזט אַרויסנעמען אַ צווייטע היפּאָטעק פֿאַר זײַן הויז, כּדי צו העלפֿן דעקן די שול־הוצאָות.

Photo by Dobrislava/Wikimedia Commons
אַ צאָל חרדישע מיידל־שולן אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי, האָבן די וואָך אַרויסגעשיקט מעלדונגען צו די עלטערן, אַז צוליב דעם שווערן פֿינאַנציעלן קריזיס וואָס פּלאָגט די אָרטיקע מסודות, קענען זיי נישט עפֿענען די שול צום נײַעם לערניאָר. די הויפּט־סיבה, זאָגן די אַדמיניסטראַטאָרן, איז וואָס אַ סך עלטערן באַצאָלן נישט דעם שׂכר־לימוד.
איין שול, „בנות פּנינה“, האָט געמאָלדן אַז אירע טירן וועט דאָס גאַנצע יאָר בלײַבן געשלאָסן. אין אַ בריוו צו די עלטערן האָבן די שול־פֿירער געזאָגט, אַז נישט געקוקט אויף אַלע אירע באַמיִונגען, קען די אַדמיניסטראַציע פּשוט נישט באַצאָלן די לערער אָדער דאָס דירה־געלט.
אַ צווייטע שול, „תפֿארת חיה“, האָט דערקלערט אַז צוליב אירע טיפֿע פֿינאַנציעלע שוועריקייטן וועלן די תּלמידות דאַרפֿן בלײַבן אין דער היים ביז מע טרעפֿט אַ לייזונג.
אַ צאָל אַנדערע שולן אין דער לייקוווּדער קהילה געפֿינען זיך אויך אין אַן אָנגעשטרענגטן פֿינאַנציעלן מצבֿ. דער דעקאַן פֿון איין שול האָט אַפֿילו געמוזט אַרויסנעמען אַ צווייטע היפּאָטעק פֿאַר זײַן הויז כּדי צו העלפֿן דעקן די שול־הוצאָות. אַנדערע שול־פֿירער נעמען ענלעכע עקסטרעמע שריט.
לויט אַ מעלדונג פֿון דער פֿרומער וועבזײַט Lakewood Alerts, איז די הויפּט־פּראָבלעם וואָס אַ סך משפּחות באַצאָלן נישט דעם שׂכר־לימוד: „בײַ אַ טייל משפּחות איז עס צוליב זייערע אייגענע פֿינאַנציעלע שוועריקייטן. אַנדערע האַלטן אָבער, אַז דאָס דערציִען קינדער אין אַ פּריוואַטער שול איז אַ רעכט, נישט קיין באַדינונג, וואָס מע דאַרף באַצאָלן דערפֿאַר. אַזאַ צוגאַנג האָט דערפֿירט צו דעם אַז די שולן לײַדן פֿון ריזיקע הוצאָות און אַ דוחק פֿון הכנסה.“
די אַדמיניסטראַטאָרן האָבן געוואָרנט, אַז אויב מע געפֿינט נישט באַלד די פֿאָנדן צו באַצאָלן די לערער, דאָס דירה־געלט און די הוצאָות פֿאַר דער טאָג־טעגלעכער ווירטשאַפֿט פֿון די שולן, וועט דער מצבֿ ווערן ממש אומדערטרעגלעך.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
