נײַ ייִדיש ליד פֿון ריקי רויז, „וואָס ווילסטו, מוטער, האָבן?“New song by Yiddish singing sensation Riki Rose — “What do you want, Mama?”
אין דעם אַרטיקל קענט איר אויך זען אַן אינטערוויו וואָס דער קאָפּאָזיטאָר און מוזיקער ר׳ צודיק האָט מיר איר געפֿירט וועגן דעם נײַ ליד.

ריקי רויז, בײַם רעקאָרדירן דאָס ליד Courtesy of Riki Rose
די פּאָפּולערע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרין און זינגערין ריקי רויז האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך אַרויסגעלאָזט אַ נײַ ליד אויף יוטוב, וואָס דריקט אויס איר צער ווי איינע וואָס האָט פֿאַרלאָזט די חסידישע קרײַזן און קען זיך נישט געפֿינען קיין אָרט.
דאָס ליד, „וואָס ווילסטו, מוטער, האָבן“, איז איינס פֿון אַ צאָל לידער וואָס ריקי רויז האָט שוין רעקאָרדירט, אַרײַנגערעכנט אירע שלאַגערס „אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס“ און „שלאָף“.
אין שײַכות מיט דער נײַער רעקאָרדירונג האָט דער קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקער ר׳ צודיק געפֿירט אַן אינטערעסאַנטן אינטערוויו מיט ריקי רויז אויף ייִדיש וועגן אירע ערשטע „אַרויסטריטן“, זינגענדיק בלויז פֿאַר דער משפּחה אין שטוב. זי באַשרײַבט אָבער אויך ווי שווער ס׳איז איר געווען אַרויסצוגיין אין דער וועלט טאַקע צו ווערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע זינגערין.
ריקי רויז איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ סאַטמערער משפּחה אין ניו־יאָרק, האָט חתונה געהאַט, און דערנאָך פֿאַרלאָזט די חסידישע קרײַזן. עטלעכע יאָר לאַנג האָט זי געשריבן פֿאַרן פֿאָרווערטס און פֿיגורירט אין אַ צאָל ווידעאָס אויפֿן פֿאָרווערטס־יוטוב־קאַנאַל.
זי איז הײַנט באַקאַנט נישט נאָר ווי אַ קאָמפּאָזיטאָרין און זינגערין פֿון ייִדישע לידער, נאָר אויך ווי אַ קאָמיקערין אין קורצע פֿילמען און אַ בעל־משפּיע אין דער סאָציאַלער מעדיע.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
— Alyssa Katz, editor-in-chief
