אַ טייל פֿאָרווערטס־אַרטיקלען קענט איר איצט הערןYou Can Now Listen To Selected Forverts Articles
מענטשן וואָס פֿאַרשטייען ייִדיש אָבער לייענען עס נישט קענען איצט הערן רעקאָרדירונגען פֿון געקליבענע פֿאָרווערטס־אַרטיקלען

Graphic by Angelie Zaslavsky
You can hear this article read by Rukhl Schaechter, by clicking below
מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.
במשך פֿון די יאָרן האָב איך דורך פֿייסבוק זיך באַקענט (באַקענט אינעם ווירטועלן זינען, הייסט עס) מיט אַ צאָל מענטשן וואָס פֿאַרשטייען ייִדיש אָבער לייענען זי נישט. אַ טייל קענען דעם אַלף־בית אָבער בלויז גענוג אויף איבערצולייענען די באַקאַנטסטע תּפֿילות און פּיוטים פֿון סידור, ווי דער שמע־ישׂראל און „אדון עולם‟.
צוליב דעם וואָס די אָ ייִדיש־קענער לייענען נישט קיין ייִדיש קענען זיי נישט געניסן פֿון די פֿאָרווערטס־אַרטיקלען, סײַדן מע זעצט זיי איבער אויף ענגליש. דאָס איז טאַקע אַ שאָד ווײַל אַ צאָל פֿון זיי האָבן מיר געזאָגט אַז זיי וואָלטן גיכער געוואָלט הערן די אַרטיקלען אויף ייִדיש איידער לייענען זיי אויף ענגליש.
דערפֿאַר האָבן מיר די וואָך אײַנגעפֿירט אַז געוויסע אַרטיקלען (אַרײַנגערעכנט דעם אַרטיקל וואָס איר לייענט איצט) זאָלן באַגלייט ווערן מיט אַן אוידיאָ־רעקאָרדירונג, ווי איך אַליין לייען פֿאָר דעם טעקסט.
דאָס האָפֿן מיר וועט אויך צו ניץ קומען ייִדיש־סטודענטן וואָס ווילן הערן ווי ייִדיש קלינגט בײַ אַ געבוירענעם ייִדיש־רעדער. (אין מײַן פֿאַל איז ייִדיש סײַ מײַן מאַמע־לשון סײַ מײַן טאַטע־לשון!) מיר לייגן פֿאָר די סטודענטן צו לייענען דעם טעקסט אין דער זעלבער צײַט ווי זיי הערן אים, וועט עס נאָך מער צו ניץ קומען.
דערווײַל וועלן מיר בלויז רעקאָרדירן אַ 2־3 אַרטיקלען אַ וואָך. אויב אָבער די אוידיאָ־רעקאָרדירונגען רופֿן אַרויס אַ ממשותדיקן אינטערעס וועלן מיר מיט דער צײַט אפֿשר רעקאָרדירן נאָך מער.
די אַנדערע צוויי אַרטיקלען וואָס מע קען הערן זענען דאָרט וווּ קיין ייִדיש־מענטש איז ניטאָ, זײַ דו אַ ייִדיש־מענטש און מאָנאַש־אוניווערסיטעט שטעלט אָן צוויי ייִדישיסטן
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
