די אינטערנעץ דערגרייכט איר 50סט יאָר50 Years of the Internet
אַ ריי ייִדישע וויסנשאַפֿטלער האָבן געאַרבעט איבער אַ שוצסיסטעם בעת דער קאַלטער מלחמה, וועלכע איז מיט דער צײַט געוואָרן דער יסוד פֿון דער אינטערנעץ.
ס׳רובֿ מענטשן, מסתּמא, אַסאָציִיִרן דעם אויפֿקום פֿון דער אינטערנעץ מיט די 1990ער יאָרן, ווען די גלאָבאַלע קאָמפּיוטער־נעץ האָט בײַם ברייטן עולם אָנגעהויבן ווערן אַ טייל פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן. אין דער אמתן, איז די געשיכטע פֿון דער אינטערנעץ אַ סך לענגער און איז פֿאַרבונדן מיט אַ ריי ייִדישע וויסנשאַפֿטלער.
די אינטערנעץ איז „געבוירן‟ געוואָרן דעם 29סטן אָקטאָבער 1969, ווען דער קאָמפּיוטער־סטודענט טשאַרלי קלײַן האָט אויסגעפֿירט די בקשה פֿון זײַן פֿאַרוואַלטער, פּראָפֿ׳ לענאַרד קליינראָק, און איבערגעשיקט דאָס וואָרט Login פֿון קאַליפֿאָרניע־אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס צום פֿאָרש־אינסטיטוט אין סטענפֿאָרד. צוערשט האָט זיך אײַנגעגעבן נאָר איבערצושיקן די צוויי אותיות Lo; דעם זעלבן טאָג האָט מען פֿאַרראָכטן די אויסשטאַטונג און מיט דערפֿאָלג איבערגעשיקט דאָס גאַנצע וואָרט.
דער באַשיידענער קאָמוניקאַציע־עקספּערימענט צווישן צוויי רעלאַטיוו נאָענטע ערטער האָט באַוויזן אַז ס׳איז מעגלעך, אין פּרינציפּ, צו פֿאַרבינדן אַלע קאָמפּיוטערס אין דער וועלט אין איין גרויסער נעץ.
אַז מע קען איבערשיקן אינפֿאָרמאַציע אויף אַ ווײַטן מהלך פֿון איין קאָמפּיוטער צו אַ צווייטן איז בעצם נישט געווען קיין חידוש. למשל, אינעם יאָר 1963, נאָכן „קאַריבישן קריזיס‟, האָט מען געשאַפֿן אַן אויטאָמאַטישע קאָמוניקאַציע־ליניע צווישן וואַשינגטאָן און מאָסקווע. אַזעלכע ליניעס האָבן אין געוויסע ערטער אויך פֿאַרבונדן קאָמפּיוטערס איינער מיטן צווייטן. נאָך אינעם 19טן יאָרהונדערט האָט דער דײַטשיש־רוסישער ייִד מאָריץ־הערמאַן (באָריס) יאַקאָבי צוגעטראַכט אַ טעלעגראַף־אַפּאַראַט, וואָס קאָן איבערשיקן און אָפּדרוקן אַ טעקסט דורך עלעקטרישע דראָטן.
די פֿריִיִקע אויטאָמאַטישע קאָמפּיוטער־קאָמוניקאַציעס האָבן אָבער געקאָנט פֿאַרבינדן נאָר צוויי אָדער אַ קליינע צאָל קאָנקרעטע קאָמפּיוטערס איינער מיטן צווייטן.
אין 1959 האָט פּאָל (פּסח) באַראַן אָנגעהויבן אויסאַרבעטן אַ סיסטעם פֿון קאָמפּיוטער־קאָמוניקאַציעס, וואָס וואָלט ווײַטער פֿונקציאָנירט אַפֿילו אינעם פֿאַל פֿון אַ נוקלעאַרער מלחמה. באַראַן איז געבוירן געוואָרן אין גראָדנע, ווײַסרוסלאַנד, אין 1926. אין 1928 איז זײַן משפּחה אַוועק קיין אַמעריקע. אין דער זעלבער צײַט, האָט דער בריטישער וויסנשאַפֿטלער דאָנאַלד דייוויס געאַרבעט איבער אַן ענלעכן פּראָיעקט. אַנשטאָט איבערצושיקן די אינפֿאָרמאַציע מיט איין מאָל דורך איין ליניע, וואָס קאָן אָפּגעריסן ווערן בעת אַ מלחמה אָדער אַן אַנדער אינצידענט, האָבן זיי צוגעטראַכט אַ „שפּינוועבס‟ פֿון קאָמוניקאַציע־ליניעס, וואָס קאָנען איבערשיקן די אינפֿאָרמאַציע ביסלעכווײַז, אויף אַ דעצענטראַליזירטן אופֿן. אויב איין ליניע ווערט אָפּגעריסן, קאָנען די אַנדערע ליניעס נאָך אַלץ ברענגען צום נייטיקן אַדרעס דאָס רעשט פֿון דער אינפֿאָרמאַציע.
דער ניו־יאָרקער ייִד לענאַרד קליינראָק, אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט ווײַטער אַנטוויקלט און פֿאַרווירקלעכט די אידעע. זײַן דאָקטער־דיסערטאַציע, אָנגעשריבן אין 1962-1961, איז שוין געווען געווידמעט דער מאַטעמאַטישער טעאָריע פֿון אינפֿאָרמאַציע־„פּאַקעטן‟, וועלכע זענען שפּעטער געוואָרן דער יסוד פֿון דער אינטערנעץ.
נאָכן ערשטן עקספּערימענט אין אָקטאָבער 1969, האָט ARPANET — פֿאַקטיש, אַ פֿריִיִקע פֿאָרעם פֿון דער אינטערנעץ — זיך גיך אַנטוויקלט. אין 1972 האָט ראָבערט קאַן, אַן אַנדער ניו־יאָרקער ייִד, בשותּפֿות מיט זײַן קאָלעגע ווינטאָן סערף, אויסגעאַרבעט אַ קאָמוניקאַציע־פּראָטאָקאָל, וועלכער האָט שוין אויסגעזען ענלעך צו די הײַנטיקע אינטערנעץ־טעכנאָלאָגיעס. אין 1975 האָט מען אײַנגעפֿירט דעם געראָטענעם פּראָטאָקאָל TCP/IP, וואָס באַדינט די אינטערנעץ ביזן הײַנטיקן טאָג.
פֿאָרט, האָט אין יענער תּקופֿה סײַ דער ברייטער עולם, סײַ די וויסנשאַפֿטלער אַליין נישט אָפּגעשאַצט ווי געהעריק דעם גרויסן פּאָטענציאַל פֿון דער חידושדיקער נעץ, וואָס האָט אָנהייב די 1980ער יאָרן פֿאַראייניקט בלויז עטלעכע הונדערטער קאָמפּיוטערס און זיך אַסאָציִיִרט, דער עיקר, מיט מיליטערישע צוועקן. איראָניש, איז די אינטערנעץ אין אַ גרויסער מאָס געשאַפֿן געוואָרן אַ דאַנק דער קאַלטער מלחמה. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט מען נאָך אין די 1950ער יאָרן פּלאַנירט און אין די 1960ער געשאַפֿן אייגענע קאָמפּיוטער־נעצן. זיי האָבן אָבער געדינט בלויז פֿאַר ריין־מיליטערישע אָדער זייער ספּעציפֿישע צוועקן — למשל, צו רעזערווירן אַוויאַ־בילעטן.
דער גרויסער „אויפֿרײַס‟ איז געשען, ווען די קאָמפּיוטערס האָבן זיך ברייט פֿאַרשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט. אין 1989 האָט דער בריטישער אינזשעניר טים בערנערס־לי אויסגעאַרבעט, אויפֿן סמך פֿון שוין לאַנג עקסיסטירנדיקע טעכנאָלאָגיעס, די „וועלט־ברייטע נעץ‟ (WWW) — די מאָדערנע ווערסיע פֿון דער אינטערנעץ, וואָס מע האָט אײַנגעפֿירט אין 1991. אָט די עצם־טעכנאָלאָגיע פּראַוועט הײַיאָר איר 50־יאָריקן יוביליי.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor