די כאַזאַרן קערן זיך אוםThe Return Of the Khazars
נײַע אויטאָס, צונויפֿגעשטעלט אין אַזערבײַדזשאַן, טראָגן דעם נאָמען פֿונעם אַמאָליקן פֿאָלק, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיט ייִדן.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן די נײַעס־קוואַלן איבערגעגעבן, אַז אינגיכן פּלאַנירט מען אין רוסלאַנד אָנצוהייבן אימפּאָרטירן די אַזערבײַדזשאַנער אויטאָס Khazar SD.
דער נאָמען פֿונעם מאָדעל האָט אַרויסגערופֿן בײַ אַ טייל אינטערנעץ־קאָמענטאַטאָרן אַ געלעכטער. אויף דער וועבזײַט Motorpage.ru, למשל, איז דערשינען אַן אַרטיקל מיטן טיטל „די אַזערבײַדזשאַנער כאַזאַרן וועלן פֿאַרכאַפּן דעם רוסלענדישן מאַרק‟.
דער סוד פֿונעם פּלוצעמדיקן אויפֿקום פֿון דער אַזערבײַדזשאַנער אויטאָ־אינדוסטריע איז זייער אַ פּשוטער. Khazar SD איז דער באַקאַנטער איראַנער סעדאַן IKCO Dena, וואָס מע שטעלט צונויף פֿון איראַנישע דעטאַלן אויף אַ זאַוואָד אין דער שטאָט נעפֿטטשאַל, אַזערבײַדזשאַן, לויטן שותּפֿות־אָפּמאַך מיט דער איראַנישער פֿירמע Iran Khodro.
די אינטערנעץ־קאָמענטאַטאָרן, וועלכע האָבן זיך באַצויגן מיט איראָניע צו דעם נאָמען פֿון די נײַע אויטאָס, האָבן אָבער נישט באַמערקט דעם טשיקאַווען פֿאַקט, אַז נישט על־פּי צופֿאַל האָבן די פֿאַבריקאַנטן אַזוי אָנגערופֿן זייער פּראָדוקציע. עטימאָלאָגיש, האָט דער נאָמען פֿון די אויטאָס יאָ צו טאָן מיט כאַזאַריע. דער נאַפֿט־ראַיאָן בײַם ברעג פֿונעם קאַספּישן ים, וווּ מע שטעלט זיי צונויף, הייסט כאַזאַר. ווי באַקאַנט, איז דער קאַספּישער ים, אין דער אמתן, אַ ריזיקע זאַלציקע אָזערע. אויף פּערסיש און אַ ריי אַנדערע צענטראַל־אַזיאַטישע שפּראַכן הייסט זי „דער כאַזאַרישער ים‟, צוליב דער היסטאָרישער אַסאָציאַציע מיט די כּוזרים.
דאָס פֿאָלק רופֿט אַרויס אַ גרויסן אַזשיאָטאַזש בײַ געוויסע מענטשן, בפֿרט בײַ ליבהאָבער פֿון פֿאַרשיידענע קאָנספּיראָלאָגישע טעאָריעס, ווײַל מיר ווייסן נאָך אַלץ ווייניק וועגן זיי. הגם דער כאַזאַרישער קאַגאַנאַט איז אַמאָל געווען אַ מעכטיקע אימפּעריע, וועלכע האָט קאָנטראָלירט אַ גרויסן שטח פֿונעם הײַנטיקן רוסלאַנד, אוקראַיִנע, קאַזאַכסטאַן און קאַווקאַז, בלײַבן אַ סך אַספּעקטן פֿון דער כּוזרישער קולטור אַ רעטעניש. די אַרכעאָלאָגן האָבן אַנטדעקט בלויז אַ קליינע צאָל קורצע אויפֿשריפֿטן אויף כּוזריש, אָנגעשריבן מיט איר אייגנאַרטיקן כּתבֿ. דערווײַל גיט זיך נישט אײַן זיי צו דעשיפֿרירן.
צוליב דער מיסטעריעזקייט פֿון די כּוזרים, טרעפֿן זיך היפּוכדיקע דעות וועגן זייער שײַכות צו ייִדישקייט. לויט אַ באַקאַנטער לעגענדע, האָבן אַ סך כּוזרים זיך מגייר געווען. דער „אַלגעמיינער זשורנאַל‟ האָט דעם 16טן סעפּטעמבער, למשל, איבערגעדרוקט אַן אַרטיקל, וווּ עס ווערט באַטאָנט מיט שטאָלץ ווי אַ פֿאַקט, אַז די כּוזרים האָבן זיך מגייר געווען. דער מחבר, עמיל עוודאַליאַני, איז אַ גרוזינישער היסטאָריקער און אוניווערסיטעט־לעקטאָר. דער אַרטיקל איז לכתּחילה דערשינען אויף דער וועבזײַט פֿונעם „צענטער פֿאַר סטראַטעגישע שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון בעגין־סאַדאַט‟ – אַ רעכט־קאָנסערוואַטיווע אָרגאַניזאַציע פֿון פּאָליטישע אַנאַליטיקער בײַם פֿאַקולטעט פֿון סאָציאַלע פֿאָרשונגען אינעם בר־אילן־אוניווערסיטעט.
להיפּוך, טענהט פּראָפֿ׳ שאול שטאַמפּפֿער פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, אַז די גאַנצע גיור־מעשׂה פֿון די כּוזרים איז בלויז אַן אויסטראַכטעניש, אַ שיינע מיטל־עלטערלעכע לעגענדע. ס׳איז אָבער זייער שווער צו גלייבן אין אַזאַ השערה. כאָטש אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז די קאָרעספּאָנדענץ צווישן דעם כּוזרישן קיניג יוסף און דעם שפּאַנישן ייִדישן דיפּלאָמאַט חסדאַי אבן שפּרוט קאָן זײַן אַ פֿאַלסיפֿיקאַציע, איז אין דער קאַיִרער גניזה אָפּגעהיט געוואָרן אַן אַנדער גאָר אינטערעסאַנטער אוראַלטער לשון־קודשדיקער בריוו פֿון קיִעוו – אונטערגעחתמעט, ווי עס זעט אויס, אויף כּוזריש.
עס זענען אויך פֿאַרבליבן זילבערנע מטבעות פֿון כאַזאַריע, וווּ עס שטייט געשריבן מיט אַראַבישע אותיות „משה איז דער נבֿיא פֿון גאָט‟ – אַ קלאָרער סימן פֿון ייִדישער השפּעה. דערצו, באַשטעטיקן אַ סך אַראַבישע און גריכישע היסטאָריקער פֿון יענער תּקופֿה, אַז לכל־הפּחות זענען די פֿירער פֿון די כּוזרים געווען ייִדן.
ס׳איז פֿאַראַן נאָך אַ מעגלעכקייט, וואָס די פֿאָרשער נעמען זעלטן אין באַטראַכט. אינעם 8טן יאָרהונדערט איז אין איספֿאַהאַן, איראַן, אויפֿגעקומען די באַוועגונג פֿון עיסונים – ייִדן, וועלכע האָבן, אַחוץ אומגעוויינטלעכע מינהגים, אויסגעמישט זייער אמונה מיט קריסטלעכקייט און איסלאַם. די באַוועגונג האָט עקזיסטירט במשך פֿון עטלעכע הונדערט יאָר. פּראָפֿ׳ בן־ציון דינור פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט האָט זיך משער געווען, אַז אַזעלכע ייִדן האָבן מגייר געווען די כּוזרישע פֿירער. זייער ווערסיע פֿון ייִדישקייט האָט געקאָנט אויסזען אומאָרטאָדאָקסיש, דערפֿאַר האָבן זיי נישט איבערגעלאָזט סימנים פֿון טיפּישע ייִדישע קהילות.
אַזוי צי אַזוי, בלײַבן די כּוזרים אַ רעטעניש, אָבער זייער היסטאָרישע ירושה באַווײַזט זיך ביז הײַנט אויף אַזעלכע אומדערוואַרטע אופֿנים, ווי דער נאָמען פֿון אַזערבײַדזשאַנער אויטאָס.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO