ווידעאָ: מלך זיו לייענט פֿאָר שלום עליכמס „אַ פֿאַרשפּילטער ל׳׳ג־בעומר“WATCH: Melech Ziv reads Sholem Aleichem’s “The Ruined Lag BaOmer’’
אַ קלאַסישע דערציילונג פֿאַר קינד און קייט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
שלום־עליכם האָט במשך פֿון 20 יאָר געשריבן מעשׂיות פֿאַר קינדער וועגן די יום־טובֿים, וואָס מע האָט געדרוקט אין דער ייִדישער פּרעסע. געוויסע פֿון זיי זענען געוואָרן פּאָפּולער און ער האָט זיי אַרײַנגענומען אין זײַנע אויסגעוויילטע ווערק וואָס זענען דערנאָך דערשינען ווי ביכער. אַנדערע זענען כּמעט גלײַך פֿאַרגעסן געוואָרן, און אַנדערע — אַזוי ווי די דאָזיקע מעשׂה, „אַ פֿאַרשפּילטער ל׳׳ג־בעומר“ — זענען יאָ אַרײַן אין זײַנע ביכער אָבער זענען הײַנט כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן. (צום ווייניקסטן צוויי אַנדערע ל׳׳ג־בעומר־מעשׂיות פֿון שלום־עליכם ווערן עד־היום געדרוקט אויף ענגליש אין פֿאַרשידענע זאַמלונגען).
צי זיי זענען נאָך באַקאַנטע, צי פֿאַרגעסענע, זענען די אַלע יום־טובֿדיקע מעשׂיות פֿון שלום־עליכם אַן אוצר פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, וואָס שפּיגלט אָפּ די יום־טובֿדיקע מינהגים און טראַדיציעס, וואָס זענען, צום באַדויערן, פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.
לעצטנס האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אַ ווידעאָ אויף יוטוב אין וועלכן דער ישׂראלדיקער ייִדיש־לערער מלך זיו לייענט פֿאָר שלום־עליכמס דערציילונג, „אַ פֿאַרשפּילטער ל׳׳ג־בעומר“, לכּבֿוד דעם יום־טובֿ, וואָס הייבט זיך אָן דעם קומעדיקן מאָנטיק אויף דער נאַכט. ווי מע קען הערן פֿונעם ווידעאָ, האָט זיו, וואָס לערנט עטלעכע גרופּעס סטודענטן אין צפֿון־ישׂראל, אַן הינטערגרונט אינעם ייִדישן טעאַטער. אַחוץ זײַן אַרבעט ווי אַן אַקטיאָר און לערער איז ער געווען דער שעף פֿון דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
מע קען לייענען דעם טעקסט צוזאַמען מיט אים אָט דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
