Image by Forverts
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
פּורים איז אַ מיצווה צו עסן אַ שיינע סעודה מיט משפּחה און פֿרײַנד. צוליב דעם קאָראָנאַ־ווירוס וועלן ס׳רובֿ פֿון אונדז הײַיאָר נישט קענען פֿאַרבעטן קיין געסט. דאָס הייסט אָבער נישט אַז מע קען נישט צוגרייטן און הנאה האָבן פֿון אַ באַטעמטן טראַדיציאָנעלן מאָלצײַט!
אין דעם ווידעאָ ווײַזן אײַך שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאַנאָוויץ ווי צוצוגרייטן דאָס געשמאַקע זיס־און־זויערע מאכל — עסיק־פֿלייש, ווי אויך צוויי וועגעטאַרישע בײַ־געריכטן: אַ קאַרטאָפֿל־קוגל און אַ גרינגן רעצעפּט פֿאַר סטרוטשקעס.
אַ גוטן פּורים אײַך אַלעמען!