קאַרנעגי־האָל־קאָנצערט: לידער געהערט פֿון דער שארית־הפּליטהCarnegie Hall concert: Songs heard from Holocaust survivors
זיסל סלעפּאָוויטש און סאַשע לוריא וועלן שפּילן נײַע אַראַנזשירונגען פֿון לידער, וואָס ייִדן האָבן געזונגען ווי אַ טייל פֿון פֿילמירטע גבֿית־עדותן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
שוין עטלעכע יאָר אַרבעט דער מוזיקער, זינגער און עטנאָמוזיקאָלאָג זיסל סלעפּאָוויטש אויף אַ פּראָיעקט געווידמעט לידער וואָס ער האָט געהערט פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה דורכן „פֿאָרטונאָף־אַרכיוו‟ בײַם יעיל־אוניווערסיטעט.
סלעפּאָוויטש, וואָס איז אין 2018 געווען דער גאַסט־מוזיקער בײַם אַרכיוו, פֿאָרשט ניט בלויז די לידער, נאָר שאַפֿט פֿאַר זיי נײַע מוזיקאַלישע אַראַנזשירונגען און פֿירט זיי אויס מיט אַ קאַפּעליע.
מיטוואָך, דעם 28סטן אַפּריל, וועלן סלעפּאָוויטש און די זינגערין סאַשע לוריא אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט אָרגאַניזירט ווי אַ טייל פֿון קאַרנעגי־האָלס פֿעסטיוואַל „קולות פֿון האָפֿענונג“ בשותּפֿות מיטן ייִוואָ. מע וועט טראַנסמיטירן דעם קאָנצערט 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. כּדי צו זען די פּראָגראַם, גיט אַ קוועטש דאָ.
סלעפּאָוויטש און סאַשע לוריא זענען שוין אויפֿגעטראָטן מיט אַ סעריע קאָנצערטן און רעפֿעראַטן און אַרויסגעלאָזט צוויי אַלבאָמען אויפֿן סמך פֿון די לידער פֿון די גבֿית־עדותן, „וווּ איז מײַן היימלאַנד“ און „וויין מײַן האַרץ“. מע קען הערן אַן אינטערוויו מיט זיי אויף ייִדיש וועגן דעם פּראָיעקט דאָ.
„ קולות פֿון האָפֿענונג“ איז געווידמעט דער מוזיק, ליטעראַטור און קונסט, וואָס מע האָט געשאַפֿן אונטער שרעקלעכע באַדינגונגען. די אָרגאַניזאַטאָרן גיבן איבער, אַז זיי ווילן אַרויסהייבן יענע ווערק, וואָס דריקן אויס די „מענטשלעכע אויסהאַלט־כּוחות (resilience בלע׳׳ז), האָפֿענונג און מוט אין אָנבליק פֿון טראַגעדיעס וואָס זענען ניט צום באַשרײַבן“. מע וועט אויך אַרומרעדן אַבֿרהם סוצקעווערס פּראָזע־ווערק ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
