Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די „גאָלדענע תּקופֿה‟ פֿון דער ייִדישער אונטערוועלטThe “golden age” of the Jewish underworld

דער אַרטיקל נעמט אַרײַן לינקס צו דרײַ ראָמאַנען פֿון יצחק באַשעוויס וועגן דער ייִדישער אונטערוועלט אין וואַרשע.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

(דער ערשטער אין דער סעריע, „קאַפּיטלעך ייִדישע אונטערוועלט‟)

מיט צוויי יאָר צוריק האָב איך געהאַט די זעלטענע געלעגנהייט צו לערנען ייִדיש מיט צוויי פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצערס פֿון דעם „עף־בי־אײַ‟ (FBI), וואָס זיי האָבן געדאַרפֿט פֿאַרבעסערן זייערע קענטענישן, כּדי צו העלפֿן בײַם אויספֿאָרשן ייִדישע פֿאַרברעכערס.

צום באַדויערן, קען מען נאָך הײַנט געפֿינען ייִדן אין תּפֿיסה, אַפֿילו ייִדן מיט בערד און פּאות. דער פּראָצענט ייִדישע פֿאַרברעכערס איז אָבער פֿאָרט נידעריקער ווי אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג — און אַזוי איז אויך געווען פֿריִער, ווען די צאָל ייִדן אין דער אונטערוועלט איז געווען גרעסער.

אין משך פֿון כּמעט דער גאַנצער ייִדישער געשיכטע, זײַנען ייִדן געווען ווייניקער פֿאַרמישט אין קרימינעלע עסקים ווי זייערע שכנים. הונדערטער יאָרן האָבן ייִדן אויסגעשטאַנען אַלע רדיפֿות אַ דאַנק דעם כּוח פֿון זייערע גוט־אָרגאַניזירטע קהילות. ייִדישע גבֿירים האָבן געהאָלפֿן אויסהאַלטן די אָרעמע ייִדן, וואָס דערפֿאַר זײַנען יענע זעלטן אַראָפּ פֿונעם גלײַכן וועג און אַרײַן אין קרימינעלע געשעפֿטן.

אָבער אין געוויסע צײַטן איז די אָרעמקייט געוואָרן צו גרויס און די קהילה־פֿירער — צו שוואַך. אין 18טן יאָרהונדערט, למשל, איז דער עקאָנאָמישער מצבֿ בײַ די ייִדן אין דײַטשלאַנד געוואָרן אַזוי שווער, אַז עס פֿלעגן זיך אַרומדרייען גאַנצע באַנדעס ייִדישע בעטלערס, וואָס מע האָט זיי כּסדר געשיקט פֿון איין אָרט צום צווייטן, ווײַל קיין איין קהילה האָט נישט געוואָלט זיי אויסהאַלטן אויף לאַנג.

ייִדישע באַנדיטן האָבן געלאָקערט אין די וועלדער און אויף די גאַסן, וווּ זיי האָבן באַראַבעוועט די אײַנוווינערס פֿון פֿרעמדע שטעטלעך. אָבער אַפֿילו אונדזערע באַנדיטן זײַנען געבליבן פֿרום און פֿלעגן אַהיימקומען יעדע וואָך, כּדי צו פֿאַרברענגען שבת מיט זייערע משפּחות. ערשט אין 19טן יאָרהונדערט האָבן רובֿ דײַטשע ייִדן זיך מאָדערניזירט און זיך אַרויפֿגעאַרבעט צום עקאָנאָמישן מיטלשטאַנד, וואָס דאָס האָט, צום גרעסטן טייל, געלייזט די פּראָבלעם פֿון דער ייִדישער אָרעמקייט און פֿאַרברעכערישקייט.

אָבער במשך פֿון דער זעלבער צײַט איז אין מיזרח־אייראָפּע געשען פֿאַרקערט: די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געוואַקסן ווי אויף הייוון, דער דלות האָט געפֿײַפֿט אין אַלע ווינקעלעך און אַ סך ייִדן זײַנען אַוועקגעפֿאָרן זוכן נײַע גליקן — געוויינטלעך אין די גרויסע שטעט, אין אַמעריקע, און צום טייל אויך אין דער אונטערוועלט. ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אַ שיכט מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן געשפּילט אַ היפּשעוויכטיקע ראָלע אין דער אונטערוועלט אין פֿאַרשיידענע לענדער, סײַ אין אייראָפּע, סײַ אין צפֿון־ און דרום־אַמעריקע. די יאָרן 1880 ביז 1939 קען מען באַטראַכטן ווי אַ „גאָלדענע תּקופֿה‟ פֿון ייִדישער קרימינאַליטעט.

די טרויעריקע ראָלע פֿון ייִדן אינעם פֿרויען־האַנדל אין אַרגענטינע און בראַזיל איז שוין אַ באַקאַנטע זאַך. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן עטלעכע ייִדן געאַרבעט האַנט אין האַנט מיט דער איטאַליענישער מאַפֿיע און געפֿירט גרויסע אומלעגאַלע אָדער האַלב־לעגאַלע געשעפֿטן ווי, למשל, גרויסע קאַסינאָס אין לאַס־וועגאַס און אין קובאַ. די גענגסטערס „באָגזי‟ (בנימין) סיגל און מאיר לאַנסקי זײַנען ביידע שם־דבֿרס אין דער אַמעריקאַנער אונטערוועלט־געשיכטע. ווי פֿיקטיווע אָדער האַלב־פֿיקטיווע פּאַרשוינען טרעטן זיי אויף אין אָן אַ שיעור פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען.

די צווייטע וועלט־מלחמה און דער חורבן האָבן געמאַכט אַ סוף צו דער דאָזיקער תּקופֿה. ערשטנס, האָט דער דײַטש מיט זײַנע מיטהעלפֿערס דערמאָרדעט די ייִדישע פֿאַרברעכערס אין איינעם מיט אַלע אַנדערע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. צווייטנס, האָט זיך במשך פֿון דער צײַט פֿון דער מלחמה און אין די יאָרן נאָך דעם אַ הייב געטאָן די עקאָנאָמיע אין אַמעריקע. די קינדער פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע אימיגראַנטן האָבן שטודירט אין קאַלעדזש און זיך אַרויפֿגעאַרבעט צום מיטלשטאַנד, אַזוי אַז די צאָל פֿאַרברעכערס איז שטאַרק געפֿאַלן.

די ייִדישע אונטערוועלט איז געווען אַזוי באַקאַנט אויף דער ייִדישער גאַס, אַז עטלעכע פֿון אונדזערע גרעסטע ליטעראַטן האָבן זי פֿאַראייביקט אין זייערע ווערק: שלום־עליכם, למשל, אין זײַן ראָמאַן „מאָשקעלע גנבֿ‟; שלום אַש אין די באַקאַנטע פּיעסעס „מאָטקע גנבֿ‟ און „גאָט פֿון נקמה‟; און יוסף אָפּאַטאָשו אין זײַן „ראָמאַן פֿון אַ פֿערד־גנבֿ‟. אורקע נאַכאַלניק, וואָס איז אַליין געזעסן לאַנגע יאָרן אין תּפֿיסה, האָט דאָרט אָנגעשריבן זײַנע זכרונות — אויף פּויליש. ער איז דערנאָך, אויף דער פֿרײַ, געוואָרן אַ שרײַבער, געדרוקט אַ ראָמאַן און נאָך זאַכן. ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט פּוילן אין 1939, האָט ער מיט זײַנע באַקאַנטע פֿון דער אונטערוועלט געפּרוּווט אָרגאַניזירן אַ ווידערשטאַנד־גרופּע, אָבער די דײַטשן האָבן אים באַלד אַרעסטירט און אומגעבראַכט.

יצחק באַשעוויס האָט אויך אָנגעשריבן עטלעכע ראָמאַנען וועגן דער וואַרשעווער אונטערוועלט, וואָס ער האָט גוט געדענקט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אויף דער קראָכמאַלנע־גאַס. ער האָט זיי געדרוקט אין המשכים אין „פֿאָרווערטס‟, אָבער קיין מאָל ניט אַרויסגעגעבן ווי ביכער. מע קען זיי בלויז לייענען אין די אָריגינעלע אַרטיקלען, האָב איך פֿאַר אַ יאָרן זיך מטריח געווען און זיי צונויפֿגעשטוקעוועט, כּדי צו שאַפֿן אַ מין דיגיטאַליש בוך: „שוים‟, „די געסט‟, און „יאַרמע און קיילע‟.

אַחוץ דער שיינער ליטעראַטור, געשריבן פֿון אונדזערע בעסטע שרײַבער, האָבן מיר אויך אַ רײַכע פֿאָלקס־ליטעראַטור, וואָס באַשטייט פֿון לידער, ווערטלעך, און אַנעקדאָטן, וואָס ייִדן האָבן אַ מאָל געזונגען און דערציילט בעל־פּה. אַ חלק דערפֿון האָבן אונדזערע פֿאָלקלאָריסטן באַוויזן צו פֿאַרשרײַבן, און אַ חלק פֿון דעם חלק האָט דווקא צו טאָן מיט דער ייִדישער אונטערוועלט.

די צוויי חשובֿסטע פֿאָלקלאָריסטן אויפֿן געביט פֿון אונטערוועלט־פֿאָלקלאָר זײַנען געווען שמואל לעהמאַן און פּנחס גרויבאַרד, וואָס זיי האָבן ביידע געוווינט אין וואַרשע. אין 1923 איז דאָרט אַרויס דער גרויסער זאַמלבאַנד, „בײַ אונדז ייִדן‟, וואָס נעמט אַרײַן עטלעכע וויכטיקע זאַמלונגען פֿון אונטערוועלט־פֿאָלקלאָר, ווי אויך אַ פּרטימדיקן גלאָסאַר פֿון „הענטשקע־לשון‟ — דער סלענג פֿון דער אונטערוועלט.

ס’איז שווער צו וויסן וויפֿל פֿון דעם דאָזיקן מאַטעריאַל קומט טאַקע פֿון אמתע אונטערוועלטניקעס און וויפֿל זענען פֿיקטיווע שילדערונגען.. עס פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ גוטער שרײַבער קען זיך אַליין אויספֿאַנטאַזירן, וואָס דאָס הייסט צו זײַן אַ גנבֿ, צו ווערן אַרעסטירט, צו זיצן אין תּפֿיסה, צו ווערן פֿאַרשיקט קיין סיביר, און נאָך אַזעלכע אומגליקן, אַפֿילו ווען ער איז אַליין אַן אָרנטלעכער מענטש. פֿון דעסט וועגן איז אויך מעגלעך, אַז מיר הערן דאָ די שטימען פֿון אמתע ייִדישע פֿאַרברעכערס, וואָס האָבן דאָס אַלץ איבערגעלעבט. אַפֿילו ווען די דאָזיקע ווערק זײַנען קינסטלעריש נישט זייער ראַפֿינירט, רעדן זיי אין נאָמען פֿון מענטשן פֿון די נידעריקסטע שיכטן, וואָס בלײַבן געוויינטלעך שטום אין דער ייִדישער געשיכטע. מיר לייענען כּמעט קיין מאָל נישט זייער פּערספּעקטיוו.

אין די קומענדיקע אַרטיקלען פֿון דער דאָזיקער סעריע „קאַפּיטלעך ייִדישע אונטערוועלט‟ וועלן מיר זיך נעענטער באַקענען מיט אונדזער גרויסן אוצר אונטערוועלט־פֿאָלקלאָר, וואָס איז טשיקאַווע סײַ אין זײַן אינהאַלט, סײַ אין זײַן שפּראַך. ייִדישע פֿאַרברעכערס און אַרעסטאַנטן האָבן געאַרבעט בסוד און פּראָבירט צו רעדן אויף אַ פֿאַרשטעלטן אופֿן, וואָס זאָל זײַן אומפֿאַרשטענדלעך פֿאַר דרויסנדיקע, וואָס זיי האָבן גערופֿן “יאָלדן” און “פֿרײַערס”. אין דער סעריע וועלן מיר אַנטפּלעקן זייערע סודות און לייענען צווישן די שורות. איך זאָג אײַך צו, ס’וועט זײַן אינטערעסאַנט!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.